יום ששי | כג שבט | ה׳תש״ג | ||||
|
אַמאָל אַרוֹיסְגֵייעֶנְדִיק פוּן זַיין חֵדֶר, האָט דעֶר אַלְטעֶר רֶבִּי אָנְגעֶטְראָפען, וִוי דִי רֶבִּיצִין זאָגט צוּ עֶטְלִיכעֶ פְרוֹיעֶן: ״מַיינעֶר זאָגט״.
האָט דעֶר רֶבִּי געֶזאָגט: מִיט אֵיין מִצְוָה בִּין אִיך דַיינעֶר, מִיט מִצְוֹת ווִיפְל אִיז מעֶן דעֶם אוֹיבּעֶרשְׁטעֶן׳ס. אוּן אִיז געֶפאַלען אוֹיף דעֶר פְריטעֶלקעֶ אוּן האָט זִיך פאַרדְבֵק׳עֶט. אוֹיפְכאַפּעֶנְדִיג זִיך פוּן דְּבֵקוּת, האָט עֶר געֶזאָגט: צְאֶינָה וּרְאֶינָה - אוֹיף אַרוֹיסְגֵיין פוּן זִיך אוּן זעֶהן אֱלֹקוּת, וועֶרט דאָס פוּן - בְּנוֹת צִיּוֹן, מַלְכוּת מְעוֹרֶרֶת ז״א ( זְעֵיר אַנְפִּין), לֶעָתִיד לָבוֹא וועֶט זַיין אֵשֶׁת חַיִל עֲטֶרֶת בַּעְלָהּ.