היום יום - ז׳ אדר ב׳ ה׳תשפ״ב

היום יום

אז מען געהט אין גאס דארף מען טראכטען דברי תורה צי אין מחשבה צי אין דבור, דאס ווענדט זיך, צי מען מעג ע"פ [על פי] דין ריידען דארטען דברי תורה. אבער אז ער געהט און איז ניט פארנומען אין דברי תורה, זאגט אים דער שטיין אויף וועמען ער טרעט: בולאך [גולם] וואס טרעטסטו אויף מיר? מיט וואס ביסטו העכער פאר מיר?

לעילוי נשמת מרת לאה מרים בת הרב יעקב יוסף ע״ה היידינגספלד